להאנתך
על הוועד
גליונות
גליונות על המזון
אמן ואמן
מפליא לעשות
על המזון
ברכת ה
קשר
'
אויסגאבעס
SIGN UP TO RECEIVE
OUR MONTHLY
GILYOINES
הירשם לקבל
הגליונות חודשי
שרייבט אייך איין
צו באקומען די
חודשליכע גליונות
״אמן ואמן״ איז אן היסטארישער דורכברוך אינעם עולם הנגינה ביי כלל ישראל, זייענדיג א מוזיק-אלבוים וועלכע ענטהאלט 10 אינהאלסטרייכע ניגונים געשריבן אין אידישע גראמען, וואס אלע פון די ניגונים זענען עוסק איבער דעם גרויסן כח פון ענטפערן ״אמן״ און ״אמן יהא שמיה רבא״ און קדושת בית המדרש.
די ניגונים ווערן גאר טאלאנטפול אראפגעזינגען דורך א רייע וועלט בארימטע בלי מנגנים ר׳ שרגא געשטעטנער, ר׳ יונתן שווארץ, ר׳ משה וויינטרויב ר׳ לוי יצחק פאלקאוויטש, ר׳ שמואל פריעדמאן, ר׳ משה אייזענבערג, ר׳ מנחם מאשקאוויטש, ר׳ יואל פאלקאוויטש מיטן בארימטן ילד הפלא יהושע אריה מאנדל. די בעלי מנגנים ווערן באגלייט דורך דער בארימטער ״שירה״ כאר אנגעפירט דורך ר׳ שרגא פייוול גאלד און ר׳ זאבי פריעד, ווי אויך הערט מען זיסע קינדער קווייער׳ס אנגעפירט דורך ר׳ משה קרויס פון קרית יואל.
דער מוזיק איז געשריבן געווארן דורך דער וועלט בארימטער מוזיקאנט ר׳ ישראל לאם. די גראמען זענען געשריבן געווארן דורך א רייע בארימטע בדחנים און שרייבער׳ס ווי ר׳ יונתן שווארץ, ר׳ משה וויינטרויב, ר׳ מרדכי דוד עסטרייכער, ר׳ מאטי אילאוויטש און ר׳ יואל ברוך ווייס.
דער אלבוים איז גאר פייערליך אויפגענומען געווארן דורך גאנץ כלל ישראל איבער די וועלט, און עס זענען פארקויפט געווארן איבער 25,000 שטיק דערפון איבער די וועלט.

״אמן ואמן״ חלק ב׳ איז א המשך פונעם ערשטן אלבוים ״אמן ואמן״ חק ב׳ וועלכער איז ערשינען מיט 4 יאר צוריק. חלק ב׳ פארמאגט פרישע 9 אינהאלסרייכע ניגונים, אידישע גראמען און אראפגעזינגען דורך טאלאנטפולע בעלי מנגנים. די ניגונים זענען עוסק אינעם כח פון אמן און ווי אויך פארשידענע אנדערע ענינים ווי תפילה, ברכת השחר, אשר יצר און נאך.
אנדערש ווי דער ערשטער אלבוים איז ״אמן ואמן חלק ב׳״ איז דער פראדוקציע אנגעפירט געווארן דורך דער בארימטער בעל מנגן ר׳ שרגא געשטעטנער וועלכע האט אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות אינעם אלבוים. אלס בעלי מנגנים זענען זיך משתתף אויף דעם סידי הרב ירמיה דמן, ר׳ שרגא געשטעטנער, ר׳ אייזיק האניג, ר׳ יונתן שווארץ, ר׳ וועל פעלדמאן, ר׳ משה אייזנבערג, ר׳ יואל פאלקאוויטש, ר׳ יששכר גוטמאן. די מוזיק איז געשריבן געווארן דורך דער טאלאנטפולער ר׳ יחזקאל ברויער.
פונקט ווי די פארגאנגענע פראדוקציעס פון ״וועד מורא מקדש״ איז דער אלבוים אויך גאר ווארעם אויפגענומען געווארן דורך כלל ישראל, און ווי טויזנטע אידן האבן זיך אויסגעדרוקט זענען שטארק נתעורר געווארן און זיך אונטערגענומען קבלות הערענדיג די ווארימע לידער.

אמן ואמן" איז א היסטארישע פראדוקציע וועלכע פארקערפערט אין זיך די בעסטע כשרונות און העכסטע טאלאנטן פון די עולם הנגינה אויף גאר אן אייגנארטיגן אופן. "אמן ואמן" ווערט ארויסגעגעבן דורך דעם באוואוסטן 'וועד מורא מקדש' וועלכע גיבן זיך אפ מיטן מעורר זיין און מחזק זיין כלל ישראל איבער די גרויסע מעלות און הויכע ענינים פון ענטפערן "אמן" און "אמן יהא שמיה רבא מברך" דורכן פארשפרייטן קונטרסים און גליונות איבער די ענינים, אצינד גייען זיי א שטאפל ווייטער מיטן ארויסגעבן א מוזיק-אלבום מיט 10 הערליכע ניגונים וועלכע זענען עוסק אין דעם גרויסן ענין
For the past two years thousands have been captivated by the popular musical album “Amein V’Amein/אמן ואמן.  Due to the overwhelming successful response of the album; its inspiring and beautiful lyrics as well as its powerful message, Vaad Morah Mikdash felt compelled to produce the all new English Version of Amein V’Amein - “The Power of Amein!” just in time for Rosh Hashana.
Vaad Morah Mikdash’s goal is to inspire every single Jew across the globe.  Through their remarkable activities such as distributing leaflets and their initial Amein V’Amein album they built awareness on the importance of answering Amein and reciting out-loud in shul -Amein YeHei Shemeih Rabba during Kaddish.